זען, איבערלעבן, שאַפֿן

אַנטפּלעקן די זאַמלונגען אויף דער צײַטליניע

די זאַמלונגען, מיט אײראָפּעישער קונסט פֿון זעקס יאָרהונדערטער, שטעלט מען קראָנאָלאָגיש פֿאָר לויט אַ צײַטליניע דורכן הויז. דאָ קענט איר גרינג נאַװיגירן דורך די יאָרהונדערטער.כּדי צו געבן אַ טיפֿערע פֿאַרשטענדעניש און פֿילמיניקע פּערספּעקטיװן לגבי די פֿאַרשײדענע תּקופֿות, שטעלט מען לעבן אַנאַנד אויס מאָלערײַען, סקולפּטורן, צײכענונגען, גראַפֿישע בלעטער, פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן, מעבל, קינסטלערישע האַנטאַרבעטן און דיזײַן.

יעדע תּקופֿה האָט אַן אײגענעם גרויסן אויסשטעלונג־זאַל. דאָ זעט מען די קענצײכנס פֿון דער קונסט און די אַקטועלע אידײען װעגן קולטור־ און געזעלשאַפֿט. אין די קלענערע צימערן לעבן דעם זאַל איז דאָ אַ מעגלעכקײט צו זען פֿאַרשײדענע פּערספּעקטיװן און צו פֿאַרטיפֿערן זיך אין כּלערלײ פֿראַגעס לגבי דער תּקופֿה.

מיר װילן אַז איר זאָלט איבערלעבן אַזוי פֿיל פֿון די זאַמלונגען װי מעגלעך. דערפֿאַר, בײַטן מיר פֿון צײַט צו צײַט אויס די אויסגעשטעלטע אָביעקטן. מע זאָל, כּמעט, תּמיד געפֿינען עפּעס נײַ צו זען אינעם מוזײ.

צופֿעליקע אויסשטעלונגען

מחוץ דער צײַטליניע זײַנען דאָ צופֿעליקע אויסשטעלונגען, אָפֿט מאָל מיט קונסט פֿון אַנדערע מוזײען און זאַמלונגען פֿון אַרום דער װעלט. ס'טרעפֿט זיך אַז מיר שטעלן אויס קינסטלערס װעלכע זײַנען נישט אַזוי באַרימט דאָ אין שװעדן, אָבער מיר װילן אַז דער שװעדישער עולם זאָלן זיך באַקענען מיט זײ. מיר שטעלט אויך פֿאָר אויסשטעלונגען װאָס זײַנען, אויף פֿאַרשײדענע אופֿנים, רעלעװאַנטע פֿאַר איצטיקע, אַקטועלע ענינים.

די קינדערס נאַציאָנאַלער מוזײ

װילאַ קוריאָסע איז אַ חושימדיקע, אַבסורדע און פֿילאָסאָפֿישע אויסשטעלונג פֿאַר קינדער, װאָס גיט אופֿנים צו טײַטשן און איבערלעבן דעם נאַציאַנאַלן מוזײס זאַמלונגען און קונסט אין אַלגעמײן. דאָ זײַנען פֿאַראַן אָריגינעלע קונסט פֿון דעם מוזײס זאַמלונגען און רעקֹװיזיט אין אַ חושימדיקן אַרום. אַ פּלאַץ װוּ מען מישט געשיכטע און מעשׂה – װוּ מע קען עפֿענען און אויספֿאָרשן לוקעס, שפּילן זיך, איבערפּרוּװן אילוזיעס, פֿאַרטיפֿערען טראַכטן און שטימולירן דעם זינען און זיך אָפּרוען. די אויסשטעלונג איז פֿאַר קינדער װאָס זײַנען 6-11 יאָר אַלט, און זײער נײַגעריקע עלטערן.

אין די אַטעליעען קענען די קינדער אויספֿאָרשן פֿאַרשײדענע קינסטלערישע טעכניקן און מאַטעריאַלן. זײ קענען זיך דערנעענטערן די קונסט אויף אַ שפּילעװדיקן אופֿן צוזאַמען מיט דעם מוזײס קונסט־פּעדאַגאָגן. מע באָט, למשל, אָן אַקטיװיטעטן װי אָפֿענע מישפּחה־טעג מיט געפֿירטע טורן און אַ מעגלעכקײט צו שאַפֿן עפּעס אַלײן, געשעענישן אין משך פֿון שולע־הפֿסקות און קונסט־קורסן.

די אַפּליקאַציע דער װעגװײַזער

דער נאַציאָנאַלער מוזײס „װיזיטאָר גײַד עפּ” איז אַן אַפּליקאַציע װאָס האַלט אַן אַודיאָ־װעגװײַזער, פֿאַקטן און אינספּיראַציע. זי, די אַפּליקאַציע, איז דער בעסטער חבֿר אין משך פֿון אײַער באַזוך און ממש אַן אוצר פֿאַר אײַך װאָס װילן װיסן אַ סך. כּמעט די גאַנצע אינהאַלט אין דער אַפּליקאַציע איז דאָ אויף שװעדיש און ענגליש.

לאָדט אַראָפּ די אַפּליקאַציע אין פֿאַרויס און ברענגט גערן מיט קאָפּהערערס װען איר װעט באַזוכן דעם מוזײ. איר געפֿינט די אַפּליקאַציע אין גוגל פּלײ אָדער עפּ־סטאָר.