פֿרײַע בילדער
מע קען בחינם אַראָפּלאָדן 6000 שאַרפֿע בילדער פֿונעם מוזײס פּאָפּולערסטע מאָלערײַען. זײ זײַנען פֿאַראַן אויף װיקימעדיע קאָמאָנס. די בילדער זײַנען מאַרקירט „פּובליק דאָמײן”. דאָס הײסט אַז זײ זײַנען אַ טײל פֿון אונדזער געמײנזאַמער קולטורעלער ירושה. איר קענט זײ ניצן אויף װאָס אופֿן איר װילט, מע דאַרף נישט קײן דערלויבעניש. נוסחאָות װוּ מע קען אײַנזומירן זײַנען פֿאַראַן אויפֿן מוזײס װעב־דאַטן־באַזע.
באַשטעלן בילדער
אינעם נאַציאָנאַלן מוזײס בילד־אַרכיװ זײַנען דאָ איבער אײן מיליאָן בילדער פֿון, למשל, די אָביעקטן אינעם מוזײ , מוזײ־געשיכטע, געשעענישן, פּערסאָנאַל און בילדער פֿון אָביעקטן און זאַמלונגען אין אַנדערע מוזײען. טאָמער, געפֿינט איר נישט דאָס בילד װאָס איר זוכט אויף װיקימעדיע קאָמאָנס, קענט איר דאָס בילד באַשטעלן פֿונעם בילד־אַרכיװ.
קונסט־ביבליאָטעק און אַרכיװ
דער נאַציאָנאַלער מוזײ האָט, צוזאַמען מיטן מאָדערמעם מוזײ, אײן פֿון די גרעסטע, נאָרדישע ביבליאָטעקן פֿאַר קונסט, בילדער און דיזײַן. דעם קונסטביבליאָטעקס ביכער האָבן אַ טעם פֿון די בײדע מוזײענס זאַמלונגען, פֿון דעם רענעסאַנס ביז הײַנט.
אינעם אַרכיװ זײַנען דאָ דעם מוזײס אינסטאַנץ־אַרכיװֹ און אײנציקע אַרכיװן מיט בריװ־זאַמלונגען, פֿירמע־ און אָרגאַניזאַציע־אַרכיװן.
דער קונסט־ביבליאָטעק, דער אַרכיװ און דער בילד־אַרכיֹװ זײַנען פֿאַר דעם עולם, פֿאָרשערס און מוזײ־פּערסאָנאַל.
אַדרעס:
Holmamiralens väg 2, på Skeppsholmen i Stockholm
שטעלטן זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן אַרכיװ: arkivet@nationalmuseum.se
שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן קונסט־ביבליאָטעק:konstbiblioteket@nationalmuseum.se
טעלעפֿאָן: 08-51954352
דער נאַציאָנאַלער מוזײ אין דער שולע
דער נאַציאָנאַלער מוזײ װיל געבן אַלע תּלמידים אַ פֿרײלעכע, פֿאַרמעסטערישע און באַלערנדיקע באַגעגעניש מיט דער קונסט, אויפֿן רעכטן ניװאָ. די שולע־אַרבעט איז פֿאַר תּלמידים אין דער פֿאָרשולע, עלעמענטאַר־שולע און דער גימנאַזיע, און אויך דערװאַקסענע װאָס לערנען זיך שװעדיש פֿאַר אײַנװאַנדערערס און שװעדיש װי אַ צװײט שפּראַך. מיר געבן עצות צו לערערס און האָבן לערן־מאַטעריאַל פֿאַר אויסלערנען אינעם קלאַסצימער, שולע־פּראָגראַמען מיט געפֿירטע טורן װוּ די באַזוכערס קענען אַלײן שאַפֿן קונסט, אויסבילדונג פֿאַר לערערס און אַ מעגלעכקײט צו שאַפֿן פּערזענלעכע „שאַפֿנדיקע שולע”־פּראָיעקטן.