אין דעם נאַציאָנאַלן מוזײס זאַמלונגען זײַנען דאָ מאָלערײַען, סקולפּטורן, צײכענונגען און גראַפֿיק פֿון דעם 16טן יאָרהונדער ביזן סוף 19טן יאָרהונדערט, און אויך קינסטלערישע האַנטאַרבעטן און דיזײַן פֿומעם 16טן יאָרהונדערט ביז הײַנט. די האַננטאַרבעט־ און דיזײַן־זאַמלונג האַלט די גוסטאַװסבערגער זאַמלונג, מיט בערך 40.000 אָביעקטן פֿון דער גוסטאַװסבערגער פּאָרצעלײַ־פֿאַבריק. דער נאַציאָנאַלער מוזײ פֿאַרװאַלטן אויך די מלוכישע פּאָרטרעט־זאַמלונג, מיט פּאָרטרעטן פֿון דעם 15טן יאָרהונדערט און װײַטער. אין דער אָ זאַמלונג איז דאָ אַ װיכטיקע זאַמלונג פֿון פּאָרטרעט־פֿאָטאָגראַפֿיעס. די מלוכישע פּאָרטרעט־זאַמלונג געפֿינט מען געװײנטלעך אויפֿן גריפּסהאָלמער שלאָס אין מאַריעפֿרעד.
נאַציאָנאַלע מוזײען אומעטום אין שװעדן
מחוץ די אײגענע זאַמלונגען, טראָגט דער נאַציאָנאַלער מוזײ דאָס אַחריות פֿאַר זאַמלונגען פֿון קונסט און האַנטאַרבעטן אויף עטלעכע שלאָסן, מאַיאָנטקעס און מוזײען אומעטום אין שװעדן, למשל אויף דעם קיניגלעכע שלאָסן גריפּסהאָלם, דראָטנינגהאָלם, סטרעמסהאָלם, ראָסערסבערג און אולריקסדאַל.
נאַציאָנאַלע מוזײען אומעטום אין שװעדן
מחוץ די אײגענע זאַמלונגען, טראָגט דער נאַציאָנאַלער מוזײ דאָס אַחריות פֿאַר זאַמלונגען פֿון קונסט און האַנטאַרבעטן אויף עטלעכע שלאָסן, מאַיאָנטקעס און מוזײען אומעטום אין שװעדן, למשל אויף דעם קיניגלעכע שלאָסן גריפּסהאָלם, דראָטנינגהאָלם, סטרעמסהאָלם, ראָסערסבערג און אולריקסדאַל.
נינעס שלאָס
נינעס שלאָס, אין דער ניקעפּינגער קאָמונע, איז אַ כּמעט קאָמפּלעטער מאַיאָנטיק, מיט אָריגינעלע אָביעקטן פֿונעם 17טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב 20טן יאָרהונדערט. דער נאַציאָנאַלער מוזײ פֿאַרמאָגט און היט אָפּ אַלע די אינװענטאַרן אינעם שלאָס.
דער נאַציאָנאַלער מוזײ יאַמטלי
דער נאַציאָנאַלער מוזײ יאַמטלי, װאָס איז געעפֿנט געװאָרן דעם 17טן יוני 2018, איז אַ קאָאָפּעראַציע צװישן דעם נאַציאָנאַלן מוזײ אין שטאָקהאָלם און דעם קאַונטי־מוזײ יאַמטלי אין עסטערסונד. ער איז אַ מוזײ אינעם מוזײ און אַן אַרענע פֿאַר קונסט־ און דיזײַן־איבערלעבונגען אין עסטערסונד, װוּ מען קאָמבינירט יאַמטליס פּרעמירטע פּעדאַגאָגיע מיטן נאַציאָנאַלן מוזײס אוניקאַלע זאַמלונגען און קענטשאַפֿט. דער נאַציאָנאַלער מוזײ פּראָדוצירט די אויסשטעלונגען, װאָס האַלטן װיכטיקע װערק פֿונעם מוזײס קונסט־ און דיזײַן־זאַמלונגען.